פראפעסאר רבי יעקב ישראל דעהאן

ווער איז געוואען דער פראפעסאר, און וואס איז געווען זיין טייל אין קאמפף קעגן די ציונים אין יענע צייט

רבי ישראל יעקב דעהאן איז געבוירן געווארן אין יאר תרמא אין א קליין שטעטל נעבן אמסטרדאם אין האלאנד

זיין פאטער, רבי יצחק הלוי, איז געווען דער שוחט און חזן אין שטעטל, און אלע זיינע יארן האט ער זיך באמיהט צו געבן זיינע אכצן קינדער אן ערציאונג אין גייסט פון תורה

אבער ישראל יעקב, לערנענדיג אין דער שטאטישער גימנאזיע, איז מיטגעשלעפט געווארן מיט די חברים זיינע אין שטראם פון אסימילאציע

ער האט פארמאגט זעלטענע פעהיגקייטן, און זייענדיג בלויז אכט און צוואנציג יאר האט ער געקראגן דעם טיטל דאקטארפאר יוריסטיק (משפטים). און איז אין א קורצע צייט געווארן איינער פון די גלענצענדע יוריסטן אין האלאנד. אין דעם יונגן עלטער האט שוין געקענט גוט צוויי און צוואנציג שפראכן

זייענדיג שטארק אנגענומען ביי די הויכע געזעלשאפט אין אייראפע, האט ער געהאט א פרייע אריינגאנג אין פאלאצן פון קעניגן און מיניסטארן, און אין לויף פון די יארן איז ער געווארן א גאנצער גוי

טראץ דאם האט ער נישט איבערגעהאקט די פארבינדונגען מיט זיינע אידישע ברידער. ווען ער האט געהערט פון די גזירות וואס אידן האבן געהאט אויסצושטיין אין צארישן רוסלאנד צוליב די פארדאכטן אז זיי זענען קאמוניסטישע אקטיוויסטן, איז ער געפארן קיין רוסלאנד כדי צו העלפן זיי באפרייען פון די טורמעס אין סיביר. ער האט זיך מיטגענומען א המלצה בריוו פון די האלאנדישע קעניגן, און דורך זיינע אייגנשאפטן, מיט וועלכע ער האט אויסגענומען ביי די רוסישע הערשער האט ער פיל געקענט טאן צו גרינגער מאכן דעם נויט פון די אידן

דער באזוך אין רוסלאנד איז געווען פאר דעהאן א גורלדיגע געשעעניש וואס האט טראנספארמירט (איבער געדרייט) זיין לעבן. די גרויזאמע אנטיסעמיטיזם אין אט די לאנד האט אין אים ערוועקט דעם אידישן פונק. ער איז צוריק געקומען קיין האלאנד, און גענומען צוריק קערן צו אידישקייט. אין אנהויב האט ער געזוכט זיין ארט אין די ראמען פון מזרחיאין האלאנד, אבער נישט געפונענדיג דארט זיין זעלס באגער, האט ער באשלאסן צו פארלאזן זיין געבורטלאנד און עולה זיין קיין ארץ ישראל, קיין ירושלים- דאס הארץ פון אידישן פאלק

אין לאנד איז דעהאן אנגעקומאן אין יד סיון תרפ. דא איז אים צוגעשטעלט געווארן א פייערליכע קבלת פנים דורך די הסתדרות המזרחיאין לאנד. ער האט זיך צוגעשלאסן אין די באוועגונג און איז געווארן איינער פון אירע אקטיוויסטן

-געווען איז דאס פונקט אין די תקופה וואס דער ישוב הישן האט געפירט זיינע קאמפפן אויף זיין לעבן

ווען דעהאן האט איינגעזען ווי שטארק דער חרדישער ישוב ווערט באשמוצט און דערנידעריגט דורך אלע שונאים זיינע, האט ער באשלאסן צו פארשן דעם פראבלעם פון דער נאנט און צו קענען לערנען דעם לעבנס שטייגער פון די ערליכע ירושליםאער אידן

און אזוי איז ער אנגעקומען צו רבי יוסף חייםס הויז, און דארט איז ענטשטאנען דער דעצידירנדער ווענד פונקט אין זיין לעבן

דעהאן איז טיף בעאיינפלוסט געווארן פון רבי יוסף חייםס גרוישקייט און קלוגשאפט. ער האט א לאנגע צייט געשמועסט מיט אים, און האט זיך איבערצייגט אז נאר דער אבסאלוטער אמת און די ריינע אמונה רעדט ארויס פון אט דעם אידישן גייסטיגן ריז

פון דעמאלט אן האט ער באזוכט ביי רבי יוסף חיים אין הויז כמעט טאג טעגליך, און האט אויך געשריבן אויף אים א ליד

מער ווי פון יעדן אוצר, וויל ער פון די הייליגע תורה וויסן

פון פרימארגן ביז ביינאכט, נאר אין איר טוט ער פלייסן

אין זיין ארימקייט, פירט ער א גליקליך און פארזיכערט לעבן

גליקליכער פון די ביי וועמען דאס געניסן און לוסט איז דער גאנצער שטרעבן.“

ווען ער האט שפעטער אויך קענען געלערנט הגאון רבי יצחק ירוחם דיסקין, האט ער באשלאסן אין גאנצן אריבער גיין צום חרדישן לאגער. ער איז געווארן דער פאליטישער סאקרעטאר פון די עדה החרדיתאון געפירט דעם אפטיילונג פאר אויסערליכע פארבינדונגען

ווען די ציונים האבן געזען ווי דעהאן האט זיי פארלאזט און זיך אנגעשלאסן צו די ערליכע אידן, האט דאס זיי זייער פארדראסן

זיי האבן פון שטענדיג אן געהאלטן, אז נאר זיי מעגן פירן פארהאנדלונגען מיט זזעלט פירער, וואס האבן דעמאלט געהאנדלט וועגן לעזן די פראבלעמען פון ארץ ישראל, און געהאלטן אז אין דערצייט וואס זיי באנוצן זייער איינפלוס אן אויפהער כדי צו באקומען אן אומבאגרענעצטע הערשאפט אויף אלע טיילן פון אידנטום - מיט געוואלד און קעגן זייער ווילן - דארף דער יהדות החרדית שטיל שווייגן, און ווארטן אויף דעם אורטייל וואס וועט ארויסגיין אלץ רעזולטאט פון די ציוניסטישע שריט ביי די רעגירונג. און דעריבער האבן זיי געזען אין דעם גיין צום פריץא מאנאפאל וואס געהער נאר צו זיי

און דערפאר האט דאס ארויף געבראכט זייער שרעקליכן צארן ווען דער יהדות החרדית האט ענדליך געפונען א פעהיגן מאן, וואס קען זיך אויס מיט אלע איינצעלהייטן פון די הויכע פאליטיק, וואס קען זיך שטעלן פאר קעניגן און דינען ווי א מויל פארן ערליכן אידנטום, וואס זאל אויסדריקן דירעקט, אן קיין פארמיטלער, די געדאנקען און מינונגען פון ישוב אין ארץ ישראל, א זאך וואס וועט איר געבן די מעגליכקייטן אראפ צו ווארפן פון זיך די אומגעבעטענע אפוטרופסות פון די פרייע ציונים

די ציונים האבן גענומען רודפן דעהאן און אים שטעלן שטרויכלונגען אין וועג. דעהאן ווידער, דווקא צוליב די רדיפות איז מער איבערצייגט געווארן אין די גערעכטיגקייט פון קאמפף פון יהדות החרדית

ער האט אנגעקניפט נאנטע פארבינדונגענ מיט מיטגלידער פון אנגלישן פארלעמענט און מיט וויצטיגע פארזענליכקייטנ אין קאלאניעס מיניסטעריום אין לאנדאן, וועלכע זענען געשטאנען אונטער די פאליסיס פון די מאנדאט רעגירונג

ווי געזאגט, שוין ווען דעהאן האט זיך באטייליגט צוזאמען מיט רבי יוסף חיים זאנענפעלד ביים באזוך ביי לארד נארטקליף האבן די ציונים באשלאסן אים אפצוראמען פון וועג, איצט נאכן באזוך ביי חוסיין, און האלטנדיג פארן דורכפירן א באזוך אין לאנדאן לטובת דעם יהדות החרדית אין ארץ ישראל, האבן זיי באשלאסן דורכצופירן דעם פינסטערן פלאן

אין כח סיון תרפד, ווען רבי ישראל יעקב דעהאן האט פארענדיגט דאווענען אין שול פון שערי צדקשפיטאל אין ירושלים, איז ער ארויס געגאנגען דורכן קליינעם טויער וואס אויף דער יפו ער גאס. ער האט געשפרייזט בלויז עטליכע שפאן, און דריי קוילן וואס זענען געשאסן געווארן אויף אים האבן געלעכערט זיין ריין הארץ

דער שפיטאל וועכטער, וואס איז ארויס געלאפן, האט געפונען דעהאן ליגן אויף דער ערד אין א קאלוזשע פון בלוט. זיין טלית קטן האט פארשפארט די לעכער וואס די קוילן האבן דורך געבויערט אין זיין הארץ

אלע האבן געוואוסט ווער דער מערדער איז געווען, אלע האבן געוואוסט ווער עס האט אים געשיקט (היינט שעמען זיך נישט די דעמאלטדיגע פירער צו ערקלערן עפנטליך אז זיי האבן דא אומגעבראכט א געפערליכן פיינד“) – אבער די פאליציי, וואס איז געווען אונטער געקויפט דורך די ציונים, האבן זיי נישט געפונעןאפיציעל האט טאקע די פאליציי פארשפראכן אין עפדנטליכע אויסרופן וואס זענען אויסגעקלעפט געווארן איבערן שטאט, א הויכן געלט לוין פאר ווער עס וועט ברענגען צום אנטדעקונג פון מערדער, אבער דער געלט לוין איז ווייזט אויס גענעבן געווארן פאר דעם מערדער אליין

די אידישע וועלט אומעטום איז אויפגעשוידערט געווארן פון דעם נידריגן מארד , און די אידן אין ירושלים אין שפיץ פון רב האבן נישט אויפגעהערט טרויערן אויף דעם גרויסן מאן ביזן היינטיגן טאג, לויט די ווערטער פון רבי יוסף חיים האט אין דעהאן גערוהט א הויכע נשמה

דער וועלט אידנטום האט איצט איינגעזען, אז די פארברעכערישע ציונים האבן ענדגילטיג באשלאסן צו פארנעמען די הערשאפט איבערן לאנד מיט געוואלד, און קיין זאך - אריינגערעכנט בלוט פארגיסונג פון אידישע ברידער - וועט זיי נישט אפהאלטן דערפון

אין נענער צייט האבן זיי אויך שווער פארוואונדעט רבי משה לייב בערנשטיין אין קאפ, און ווידער רבי ראובן שלמה יונגרייז איז געלונגען זיך ארויס צו דרייען פון די רוצחימס הענט אין די לעצטע מינוט. ווען די האבן אים באפאלן אין מיטן דאווענען אין די גרויסע שול פון די אונגארישע הייזער

דער קאמפף צווישן חרדישן אידנטום און די ציוניסטישע פארברעכער האט אנגענומען פון דעמאלט א נייעם פארעם

About these ads

Kommentar verfassen

Trage deine Daten unten ein oder klicke ein Icon um dich einzuloggen:

WordPress.com-Logo

Du kommentierst mit Deinem WordPress.com-Konto. Abmelden / Ändern )

Twitter-Bild

Du kommentierst mit Deinem Twitter-Konto. Abmelden / Ändern )

Facebook-Foto

Du kommentierst mit Deinem Facebook-Konto. Abmelden / Ändern )

Google+ photo

Du kommentierst mit Deinem Google+-Konto. Abmelden / Ändern )

Verbinde mit %s


Follow

Erhalte jeden neuen Beitrag in deinen Posteingang.

%d Bloggern gefällt das: